Artist: 
Search: 
Reddit

The Klezmatics - Ershter Vals lyrics

מײַן ערשטער גרױסע פֿרײד
די קרישטאָלענע ליכט פֿון דעם זאַל
דײַן ערשטע לאַנגע קלײד
אָנגעטאָן האָסטו צום ערשטן באַל
אײן שײנקײט יענע נאַכט
װעל איך שױן נישט פֿאַרגעסן קײן מאָל
איך געדענקט דאָס הײַנט
האָסט אַרױסגעשײַנט
אין דעם זאַל שענדעליר פֿון קרישטאָל

מײַן ערשטן טאַנץ בײַ דיר
האָט פֿאַרלאַנגט יעדער בחור אין זאַל
נאָר דו געשענקט האָסט מיר
ערשטן טאַנץ, ערשטן װאַלס פֿון דעם באַל
אַ שטאָלצער פֿול מיט פֿרײ
האָב איך דיך אונטער אָרעם געפֿירט
אין דײַן װײַסע קלײד האָסטו ליכט געספּהרײט
װי אַ קעניגן באַל האָסט באַצירט

דין געװעבט עלעגאַנץ
װי געשװעבט אין דעם טאַנץ
צו מײַן האַרץ האָסטו זיך געדריקט
מיך מיט גרעסטער פֿרײד באַגליקט

גליק דערגאַנצט גראַנדיעז
און דו טאַנצט גראַציעז
װי פֿאַרכּישופֿט דרײ איך זיך
ס'איז מקנא יעדער מיך

מײַן קעניגן פֿון באַל
דו אַלײן ביסט געװען יענע נאַכט
דײַן בליק װי זונענשטראַל
ס'ערשטע גליק אין מײַן לעבן געבראַכט
אױסלעשן װעט קײן מאָל
פֿון דײַן אױג שענדעליר פֿון קרישטאָל
ברענגסט מיר זונענשײַן
אײביק װעסטו זײַן
שענסטע קעניגן פֿון ערשטע באַל