Artist: 
Search: 
Reddit

The Klezmatics - Di Zun Vet Aruntergeyn lyrics

די זון װעט אַרונטערגײן הינטערן באַרג
װעט קומען אַ שטילע די ליבע צו גײן
װעט קומען אַ שטילע די ליבע צו גײן
צום אומעט װאָס זיטסט אױף אַ גאָלדענעם שטײן
און װײנט פֿאַר זיך אײנעם אַלײן

די זון װעט אַרונטערגײן הינטערן באַרג
װעט קומען די גאָלדענע פּאַװע צו פֿליִען
װעט קומען די גאָלדענע פּאַװע צו פֿליִען
און מיטנעמען װעט זי אונדז אַלע אַהין
אַהין װוֹ די בענקשאַפֿט װעט ציִען

די זון װעט אַרונטערגײן הינטערן באַרג
װעט קומען די נאַכט און װעט זינגען ליו-ליו
װעט קומען די נאַכט און װעט זינגען ליו-ליו
אַריבער די אױגן װאָס פֿאַלן שױן צו
צו שלאָפֿן אין אײביקער רו